-->
בס"ד
"וועד מורא מקדש" פרעזענטירט דער וועלט-בארימטע היסטארישע אלבום "אמן ואמן" אין א באזונדערע וואקאלישע ווערסיע
ספעציעל לימי הספירה וימי בין המצרים
"קנקן חדש מלא ישן" - דאס איז דער פאסיגסטער אויסדרוק צו דער נייע אלבום וועלכע קומט אן אין די טעג צו אלע ספרים און מוזיק געשעפטן. בעצם איז "ניי" נישט דער פאסיגסטע ווארט, ווייל יעדער איינער האט שוין זיכער אויסגעהערט דער וועלט בארימטע היסטארישע אלבום "אמן ואמן", נאר מיט דעם אלעם קען דאס באצייכנט ווערן אלס 'ניי', ווייל טראץ דעם וואס דער סידי פארמאגט די זעלבע 10 ניגונים ווי ארגינעל איז דער אלבום פון פריש איבערגעארבעט געווארן אויף א 'וואקאלן' פארמאט - אן קיין מוזיק, ספעציעל לכבוד די די בעפארשטייענדע ספירה וואכן ווען ע"פ הלכה טאר מען נישט הערן קיין מוזיק און כלי שיר.
פונקט ווי דער ארגינעלער 'אמן ואמן', ווערט דער יעצטיגער אלבום אויך ארויסגעגעבן דורך "וועד מורא מקדש", וועלכע איז ברייט באקאנט מיט זייערע געוואלדיגע פעולות מעורר צו זיין כלל ישראל איבער עניני קדושת בית המדרש וגדולת מעלת עניית 'אמן' ו'אמן יהא שמיה רבא', דורך זייערע חודש'ליכע גליונות און יערליכע קונטרסים וועלכע האבן גאר א שטארקע איינדרוק אויף די ליינער'ס.
וואס דער סידי "אמן ואמן" איז דארף מען געוויס נישט פארשטעלן. "אמן ואמן", וועלכע איז ערשינען מיט א קנאפע אנדערט-האלבן יאר צוריק, האט אויפגעשטורעמט דעם חדרי'שן אידנטוהם, און געפירט צו אן אלוועלטליכע התעוררות ביי כלל ישראל נזהר צו זיין בעניני קדושת בית המדרש און זיך מחזק צו צו ענטפערן "אמן" ו"איש"ר" בקול רם ובכוונה דורך די 10 הערליכע איהאלסטרייכע ניגונים וועלכע זענען מייסטערהאפטיגע אפגעשריבן און אפגעזינגען געווארן דורך א רייע וועלט-בארימטע בדחנים און משוררים און איבערגעלאזט א געוואלדיגע איינדרוק אויף די טויזנטע צוהערער.
אסאך מוזיק אלבומ'ס האבן שוין פארפלייצט די פאליצעס פונעם חרדיש'ע נגינה-מארק, און יעדעס איינס פון זיי אויף זיין אייגנארטיגן סטאנדארט טוט באשיינען און בארייכערן די אידישע מוזיק אינדוסטריע און שענקען פאר דעם פרומען ציבור הויעכע קוואליטעט נגינה, אנדערש איז דער אלבום "אמן ואמן" וועלכע איז ענדערש א "לעבערדיגע מוסר ספר", וואס דער צוהערער האט סיי א געוואלדיגע גשמיות'דיגע הנאה פון די געשמאקע פראפעסניאלע שיינע נגינה און אין די זעלבע צייט ווערט זיין הארץ נתעורר בגודל מעלת אמירת "אמן" ו"אמן יהא שמיה רבא", קידוש ה', קדושת בית המדרש, און דאס הארץ ווערט איבערגעפילט מיט א תשוקה און געגועים לעבודת הבורא.
דעריבער איז נישט קיין וואונדער אז דער אלבום איז אויפגענומען געווארן מיט אזעלכע ברייטע ארעמס דורך דעם גאנצן יהדות החרדית איבער די גאנצע וועלט גרויס און קליין, יונג און אלט, מענער און פרויען פון אלע שיכטן און קרייזן, ווייל יעדער האט אנערקענט אז 'אמן ואמן' איז ממש א חוב אין יעדע אידישע שטוב. נאך דערצו אז דער אלבום האט נישט געטראגן קיין שום געשעפטליכע צוועק צו מאכן געלט וכדו', נאר דעם בלויז איינעם ציל: 'מזכה צו זיין כלל ישראל' יעדער איינער זאל באקאנט ווערן מיט די געוואלדיגע כח פון ליגט אינעם הייליגן ווארט "אמן".
עס איז געווען א געוואלדיגער קידוש השם צוצוקוקן וויאזוי כלל ישראל דארשט צו הערן און צו נתעורר ווערן ווען איבער די וועלט איז פארקויפט געווארן דער אסטראנאמישע נומער פון איבער צוואנציג טוינט קאפיס! וועלכע איז א מוגזם'דיגער ציפער אין דעם היינטיגן מוזיק-מארק, דאס איז אין צוגאב צו די פופצן טויזנט קאפיס וואס זענען אויסגעטיילט געווארן אין ארצינו הקדושה דורך הרב החסיד הרבני הנגיד ר' יעקב דוב מארמארשטיין שליט"א, אין די ראמען פון זיין ארגאניזאציע "בני אמונים" לחיזוק עניית אמן.
טראץ וואס "אמן ואמן" האט געהאט אזא מאסיווע הצלחה זענען די עסקנים פונעם 'וועד' נאך אלס נישט געווען צופרידן, ווייל היות דער אלבום פארמאגט נאך אלעם "מוזיק" איז דאס אין געוויסע אומשטענדן א חסרון. ווי למשל אין די ימי הספירה אדער אין די ימי המצרים ווען מען טאר נישט הערן קיין מוזיק, און אזוי אויך ח"ו אן אבל בימי האבלות, וואס אין אזעלכע צייטן קען מען נישט געניסן און נתעורר ווערן פון די שיינע ניגונים.
נאכדערצו אז דער עיקר פונעם סידי איז נישט דער שיינער מוזיק, וועלכע איז סך הכל א 'טפל' צו די אינהאלטסרייכע תוכן'פולע גראמען און ניגונים וואס ווערן געזינגען, דעריבער האבן זיך די עסקנים אריינגעלייגט צו ערפילן דעם חלל אויך און ערצייגן דעם סידי אין א באזונדערן וואקאלישע ווערסיע אן קיין מוזיק, כדי אז "יעדער איינער" זאל קענען הערן דעם אלבום "סיי ווען" דורכן יאר.
אבער איין זאך קענט איר זיין זיכער אז די עסקנים האבן נישט פשוט "אראפגענומען" די מוזיק און ארויסגעגעבן א סידי. ניין, די עסקנים האבן גענומען דעם וואקאלישן סידי אלס א באזונדערע נייער "פראיעקט" אין וועלכע עס זענען אריינגעלייגט געווארן גאר אסאך כח און מח אהערצושטעלן אין צו ערצייגן א אויפגעפרישטער פראדוקט, ממש א קנקן חדש מלא ישן, אז אפי' די וואס האבן שוין געהערט די סידי אסאך מאל זאלן טרעפן דערין א געשמאק און אן הנאה.
אנצופירן מיט דעם פראיעקט איז אויפגענומען געווארן גאר אן ערגענישער יונגערמאן, א נייעם שטערן בעולם הנגינה והפראדאקשנס ר' יוסי רובין, וואס מיט זיינע געוואלדיגע מוזיקאלישע קוואליפיקאציעס איז אים געלונגען אהערצושטעלן א מייסטערהאפטיגע ארבעט. דער ערשטער פאזע איז געווען צו צו ערזעצן די מוזיק מיט פרישע נייע, הערליכע אויער-פארכאפנדע "קווייערס" וועלכע באגלייטן אלע ניגונים גאר שיין אויף א מייסטערהאפטיגן פארנעם. אנצופירן מיט דעם שווערן אויפגאבע איז אויסגעוועלט געווארן איינער פון ניי אויפגייענדע שטערנס בעולם הנגינה "יואל דיקמאן" פון ארץ ישראל וועלכע איז א בארימטע עקספערט און דעם פעלד פון אראנדשירן קארד-באזירטע קווייער'ס וועלכע מען ניצט אנשטאט די מוזיק.
ווען דאס איז פארטיג געווארן זענען די ניגונים אריבערגעליפערט געווארן קיין אמעריקע ווי דער בארימטע כאר-אראדנשירער "זאבי פריעד" פון שירה האט זיך גענומען צו די שווערע ארבעט פון אראנדזשירן אלע קווייער'ס ארום און ארום די ניגונים און צעגעבן דעם פאסיגן 'פיניש' כדי די ניגונים זאלן זיך הערן גאר געשמאק און בא'טעמ'ט כאילו זיי זענען פון פריש געזינגען געווארן פאר דעם אלבום, און עס זאל זיך ריכטיג דערקענען אז 'פנים חדשות באו לכאן'.
א געוואלדיגע חידוש איז צוגעקומען צו דעם סידי, דאס איז א חשוב'ער "גאסט-סאלא" - דער וועלט בארימטע בדחן און קאמפאזירער ר' מרדכי אילאוויטש וועלכע האט באוויליגט צו שענקען זיין הערליכע הארציגע שטימע און זינגען דעם לעצטן ניגון אויפן סידי "יאג נישט!" וואס די גראמען דערפון האט ער שוין פארפאסט צום ארגינעלן סידי.
נאך א טויש אין דעם סידי איז דער סאלא פון דעם הערליכן בעל מנגן ר' יואל פאלקאוויטש, וואס זינגט דעם באקאנטן הארציגן "סנגור" ניגון וועלכע איז גאר שטארק אויפגעכאפט געווארן צוליב איר דעם געוואלדיגן מוסר השכל.
רעכענענדיג זיך מיט די פאקט אז יעדער איינער קען שוין די ניגונים נאכן הערן דעם ארגינעלן סידי, און סך הכל דינט דער 'וואקאלישע' ווערסיע אלס 'חזרה' מ'זאל עס קענען אויך הערן אין די ימי הספירה וכדו', איז דער פרייז פונעם סידי עטוואס ביליגער, כדי עס זאל זיין א דבר השוה לכל נפש. און אזוי ווי ביים ארגינעלן סידי וועלן מוסדות התורה, ארגאנזיזאציעס, חברות תהלים וכדו' וואס ווילן קויפן גרעסערע קוואנטומען פאר ביליגער פרייזן, דאס קענען טוהן דורכן זיך פארבינדן מיטן דיסטריוביטער "ניגון" אויף 917.627.7610.
גלייכצייטיג גיבט מען איבער פונעם וועד אז די ארבעט אויף דעם "ענלישן ווערסיע" פון "אמן ואמן" איז שוין אינעם פולן שוואונג וואו עס וועלן אנטייל נעמען די גרעסטע שטערנס בעולם הנגינה ביים ברייטערן ציבור, עס איז צום האפן אז דער אלבום וועט אי"ה ערשיינען לקראת די ימים הנוראים תשע"ג לפ"ק.
ישמעו ענוים וישבעו.